Margareetkalach - מארגאריטקעלעך Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
На этой странице вы найдете полный текст песни "Margareetkalach - מארגאריטקעלעך" от Hava Alberstein - חוה אלברשטיין. Lyrxo предлагает вам самый полный и точный текст этой композиции без лишних отвлекающих факторов. Узнайте все куплеты и припев, чтобы лучше понять любимую песню и насладиться ею в полной мере. Идеально для фанатов и всех, кто ценит качественную музыку.

אין וועלדל ביַים טיַיכל דאָרט זייַנען געוואַקסן
מאַרגאַריטקעלעך, עלנט און קליין
ווי קליינינקע זונען מיט ווייַסינקע שטראַלן
מיט ווייַסינקע - טראַ-לאַ-לאַ-לאַ
געגאנגען איז חווהלע שטיל און פֿאַרחלומט
צעלאָזן די גאָלדבלאָנדע צעפּ
דאָס העלדזל אַנטבלויזט און געמורמלט פֿאַרחלומט
דאָס לידעלע - טראַ-לאַ-לאַ-לאַ
דאָ קומט איר אַנטקעגן אַ בחור, אַ שוואַרצער
מיט לאָקן, מיט שוואַרצע, ווי פּעך
ער פֿלאַמט מיט די אויגן און ענטפֿערט איר לוסטיק
און ענטפֿערט איר: - טראַ-לאַ-לאַ-לאַ
וואָס זוכסטו דאָ, מיידל? וואָס האָסטו פֿאַרלוירן?
וואָס ווילסטו געפֿינען אין גראָז?
איך זוך מאַרגאַריטקעס, - פֿאַררויטלט זיך חווה
פֿאַררויטלט זיך - טראַ-לאַ-לאַ-לאַ
דו זוכסט נאָך? און איך האָב שוין טאַקע געפֿונען
די שענסטע מאַרגאַריטקע אין וואַלד
אַ מאַרגאַריטקע מיט צעפּ און מיט אויגן סאַפֿירן
מיט אייגעלעך - טראַ-לאַ-לאַ-לאַ
ניין, כ'האָב שוין מאַרג'ריטקעס... איך האָב זיי פֿאַרגעסן...
איך זוך... דאָ, נישט ווייַט, איז אַ קוואַל...
דער קוואַל איז געשלאָסן אָן מיר בלײַבסט דורשטיק
בײַם קוועלכעלע טראַ לאַ לאַ לאַ

Комментарии (0)
Минимальная длина комментария — 50 символов.