
Hallelujah Daniel Kahn
На этой странице вы найдете полный текст песни "Hallelujah" от Daniel Kahn. Lyrxo предлагает вам самый полный и точный текст этой композиции без лишних отвлекающих факторов. Узнайте все куплеты и припев, чтобы лучше понять любимую песню и насладиться ею в полной мере. Идеально для фанатов и всех, кто ценит качественную музыку.

געווען אַ ניגון ווי אַ סוד
וואָס דוד האָט געשפּילט פֿאַר גאָט
נאָר דיר וואָלט׳ס נישט געווען אַזאַ ישועה
מע זינגט אַזוי: אַ פֿאַ, אַ סאָל
אַ מי שברך הייבט אַ קול
דער דולער מלך וועבט אַ הללויה
דײַן אמונה איז געוואָרן שוואַך
בת שבֿע באָדט זיך אויפֿן דאַך
איר חן און די לבֿנה דײַן רפֿואה
זי נעמט דײַן גוף, זי נעמט דײַן קאָפּ
זי שנײַדט פֿון דײַנע האָר אַ צאָפּ
און ציט פֿון מויל אַראָפּ אַ הללויה
אָ טײַערע איך קען דײַן סטיל
איך בין געשלאָפֿן אויף דײַן דיל
כ׳האָב קיינמאָל נישט געלעבט מיט אַזאַ צנועה
און איך זע דײַן שלאָס, איך זע דײַן פֿאָן
אַ האַרץ איז נישט קיין מלכס טראָן
ס׳איז אַ קאַלטע און אַ קאַליע הללויה
אוי ווי אַמאָל, טאָ זאָג מיר אויס
וואָס טוט זיך דאָרטן אין דײַן שויס
טאָ וואָס זשע דאַרפֿסט זיך שעמען ווי אַ בתולה
און געדענק ווי כ׳האָב אין דיר גערוט
ווי די שכינה גלוט אין אונדזער בלוט
און יעדער אָטעם טוט אַ הללויה
וואָס דוד האָט געשפּילט פֿאַר גאָט
נאָר דיר וואָלט׳ס נישט געווען אַזאַ ישועה
מע זינגט אַזוי: אַ פֿאַ, אַ סאָל
אַ מי שברך הייבט אַ קול
דער דולער מלך וועבט אַ הללויה
דײַן אמונה איז געוואָרן שוואַך
בת שבֿע באָדט זיך אויפֿן דאַך
איר חן און די לבֿנה דײַן רפֿואה
זי נעמט דײַן גוף, זי נעמט דײַן קאָפּ
זי שנײַדט פֿון דײַנע האָר אַ צאָפּ
און ציט פֿון מויל אַראָפּ אַ הללויה
אָ טײַערע איך קען דײַן סטיל
איך בין געשלאָפֿן אויף דײַן דיל
כ׳האָב קיינמאָל נישט געלעבט מיט אַזאַ צנועה
און איך זע דײַן שלאָס, איך זע דײַן פֿאָן
אַ האַרץ איז נישט קיין מלכס טראָן
ס׳איז אַ קאַלטע און אַ קאַליע הללויה
אוי ווי אַמאָל, טאָ זאָג מיר אויס
וואָס טוט זיך דאָרטן אין דײַן שויס
טאָ וואָס זשע דאַרפֿסט זיך שעמען ווי אַ בתולה
און געדענק ווי כ׳האָב אין דיר גערוט
ווי די שכינה גלוט אין אונדזער בלוט
און יעדער אָטעם טוט אַ הללויה
Комментарии (0)
Минимальная длина комментария — 50 символов.