0
Achtsik Er Un Zibetsik Zi - אכציק ער און זיבעציק זי - Hava Alberstein - חוה אלברשטיין (Ft. Mike Burstyn - מייק בורשטיין)
0 0

Achtsik Er Un Zibetsik Zi - אכציק ער און זיבעציק זי Hava Alberstein - חוה אלברשטיין (Ft. Mike Burstyn - מייק בורשטיין)

На этой странице вы найдете полный текст песни "Achtsik Er Un Zibetsik Zi - אכציק ער און זיבעציק זי" от Hava Alberstein - חוה אלברשטיין (Ft. Mike Burstyn - מייק בורשטיין). Lyrxo предлагает вам самый полный и точный текст этой композиции без лишних отвлекающих факторов. Узнайте все куплеты и припев, чтобы лучше понять любимую песню и насладиться ею в полной мере. Идеально для фанатов и всех, кто ценит качественную музыку.
Achtsik Er Un Zibetsik Zi - אכציק ער און זיבעציק זי - Hava Alberstein - חוה אלברשטיין (Ft. Mike Burstyn - מייק בורשטיין)
ס'איז הײַנט אַקוראַט געוואָרן פֿופֿציק יאָר
אַז זיי לעבן זיך אין איינעם, דאָס אַלטע פּאָר
זיי האָבן זיך געעלטערט, קוקט אַײַך צו
אַכציק ער און זיבעציק זי

כאָטש דער זײדע מיט דער באָבן זײַנען קורץ און קלײן
נאָר דער זײדע מיט דער באָבן זײַנען מלא חן
ער מיטן שפּיציכדיקן בערדעלע, מיט אַ גױדערל זי
אַכציק ער און זיבעציק זי

גאָט האָט זיי מיט עושר און כּבוד בּאַגליקט
אין לעבּען האָבּען זיי זיך קיינמאָל נישט געקריגט
נאָר "נאָטעלע", נאר "בּאַבּעלע" רוּפען זיי זיך צו –
אַכציק ער און זיבּעציק זי

זײ זײַנען הײַנט געגאַנגען בײדע אין שול
און האָבן דאָרט געדאַװנט טאַקע פֿול
אַז גאָט האָט זײ געהאָלפֿן, ברוך הוא
אַכציק ער און זיבעציק זי

פֿון דער שול זײַנען זיי אַהיימגעגאַנגען גלײַך
אויפֿן טיש איז שוין געשטאַנען לעקעך אַ סך
די אייניקלעך האָבן געוואַרט שוין פֿון דער פֿרי
אַכציק ער און זיבעציק זי

דער עולם האָט זיך באַלד געזעצט צום טיש
און אַז מען האָט אויפֿגעטראָגן די פֿײַערדיקע פֿיש
האָט אַ דרשה געהאַלטן רב הערשעלע-צבֿי
אַכציק ער און זיבעציק זי
Комментарии (0)
Минимальная длина комментария — 50 символов.
Информация
Комментариев пока нет. Вы можете быть первым!
Войти Зарегистрироваться
Войдите в свой аккаунт
И получите новые возможности