0
Dry Techterlech - דריי טעכטערלעך - Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
0 0

Dry Techterlech - דריי טעכטערלעך Hava Alberstein - חוה אלברשטיין

На этой странице вы найдете полный текст песни "Dry Techterlech - דריי טעכטערלעך" от Hava Alberstein - חוה אלברשטיין. Lyrxo предлагает вам самый полный и точный текст этой композиции без лишних отвлекающих факторов. Узнайте все куплеты и припев, чтобы лучше понять любимую песню и насладиться ею в полной мере. Идеально для фанатов и всех, кто ценит качественную музыку.
Dry Techterlech - דריי טעכטערלעך - Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
װען מיט מזל, געזונט און לעבן
ס׳עלטסטע טעכטערל מיר װעלן אױסגעבן
װעל איך טאַנצן מיר האָפּ, האָפּ!
אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ
װעל איך טאַנצן, אױ, װעל איך טאַנצן ―
אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ
שפּילט, קלעזמאָרים! שפּילט מיט לעבן ―
ס׳ערשטע טעכטערל הײַנט אױסגעגעבן
נאָך געבליבן אונדז מײדלעך צװײ
װי האַלט מען שױן בײַ זײ!

שפּילט, קלעזמאָרים, נעמט די כּלי-זיין!
זאָל די גאַנצע װעלט מיט אונדז זיך פֿרײען
אױ, אונדזער שמחה װײסט נאָר אײן גאָט
און דער, װאָס טעכטער האָט

װען כ׳וועל זען שױן דאָס צװײטע מײדל
אָנגעטאָן אין װײַסן חופּה-קלײדל
װעל איך טרינקען און פֿרײלעך זײן ―
אַראָפ פֿון האַרץ אַ שטײן
װעל איך טרינקען, אױ, װעל איך טרינקען
אַראָפ פֿון האַרץ אַ שטײן!

שפּילט, קלעזמאָרים, הײבט אָן שנײדן!
ס׳צװײטע מײדל גיבן מיר אויס אין פֿרײדן
דאָס מוזינקל נאָך האָבן מיר
װי האַלט מען שױן בײַ איר
שפּילט, קלעזמאָרים, פֿאַר אונדז מחותּנים
זאָלן אַ לעב טאָן אױך אמאָל קבצנים
אַ קינד אױסגעגעבן, אױ, גאָטעניו
אַ מײדל נאָך דערצו
Комментарии (0)
Минимальная длина комментария — 50 символов.
Информация
Комментариев пока нет. Вы можете быть первым!
Войти Зарегистрироваться
Войдите в свой аккаунт
И получите новые возможности